טפב פראדוצירט און בארגט אויס ליטעראטור אויפ מעדיען וועלכע זענען צוגעפאסט צו פארשוינען מיט א האנדיקאפ בנוגע דאס לייענען. קלאנגכיכער בארגן מיר אויס דורך אנדערע ביבליאטעקן דירעקט צו יענעם וואס וויל בארגן.
א קלאנגבוך איז א בוך וואס איז איינגעשפילט. עס איז פאר פארשוינען מיט פונקציאנעלע שאדן וואס האבן שוועריקייטן צו לייענען א געדרוקטן טעקסט.
אלע ביבליוטעקן אין שוועדן בארגן אויס קלאנגביכער. עס איז שטענדיק בחינם צו בארגן אדער באשטעלן קלאנגביכער. געב א פרעג די אנגעשטעלטער אין דער ביבליאטעק.
מע קען לייענען קלאנגביכער אויפ פארשיידענע ופנים: מיט קאסעטמאגנעטאפאנען, קלאנגבוכשפילער אדער אין א קאמפיוטער מיט פראגראמען פון לייענען.
אין דעם קאטאלאג פון טפב אויפם אינטערנעץ קען מע אויסשמעקן וועלכע קלאנגביכער זענען פאראן צו בארגן. http://katalog.tpb.se עס גייט אויך איינצובארגן קלאנגביכער פון אויסלאנד.
טפב האט אויך ביכער מיט בריילעשריפט, מיט פונקטן, אויפ עטלעכע שפראכן. טאמער עס זענען נישט פאראן ביכער אויפ דיין שפראך קען טפב פארזוכן צו בארגן זיי פון אנדערען ביבליאטעקן אינ דער וועלט.